Average Donation $88.98
זינט די אנהויב פונעם קאראנא אונטערגאנג, האט מען נישט פיל צוטריט צו די שפיטעלער. או דזשעי פעהק האט געטאן דערין פאריגע יאר, און דער דעמאלטיגער גאווערנאר קאומאו האט איינגעשטעלט עטליכע שעות פאר אלע סארט וויזיטן; געהעריגע שעות אין געוויסע פעלער, און אויך געגעבן שפיטעלער די ערלויבעניש צוצולייגן מער שעות פאר וועם זיי ווילן
באזוכן אין שפיטאל איז טאקע נישט אזוי ווי אין די צייטן בעפאר קאראנא אבער די צוטריט וואס מען האט יא געהאט די לעצטע אכצן מאנאטן איז א רעזולטאט פון טוישונגען וואס מען האט אריין געשטעלט אין 2020 נאך א שתדלנות, מידיא און רעקלאמע קאמפיין. מיט'ן אויפשטייג פון אמיקראן, האבן שפיטעלער אנגעהויבן שניידן די אלע "איבעריגע" שעות וואס זיי האבן "געמעגט" צולייגן. דאס איז נישט א תכלית! פאריגע מאל ווען מען האט פרובירט צו אויפטאן דערין, האט עס ב"ה געהאלפן און עס האט געארבעט ביז איצט. מען דארף ווידערמאל אונטערנעמען א שתדלנות, מידיא און רעקלאמע קאמפיין מיט'ן ציל צוריק צושטעלן מער פאציענטן רעכטן. עס איז נישטא א גאראנאטי אז עס וועט בכלל ארבעטן און אויף וויפיל, אבער מען דארף טאן ווייל עס איז אן ענין פון סכנות נפשות; עס איז אן ענין פון ביקור חולים, און עס איז אויך אן ענין פון א קידוש השם צוליב וואס אונזערע שכנים האבן אויך הנאה פון די בעסערע טוישונגען. פאר'ן ערשטן רונדע האפן מיר בס"ד צו אויפטרייבן $125,000 פון וואס אכציג פראצענט וועט בס"ד גיין פאר דירעקטע קאמפיין קאסט ווי רעקלאמעס און שתדלנות
Donate Now